Data Loading...

Toras Picho - Kriah Catalog

130 Views
11 Downloads
10.05 MB

Twitter Facebook LinkedIn Copy link

DOWNLOAD PDF

REPORT DMCA

RECOMMEND FLIP-BOOKS

Toras Picho - Kriah Catalog

בעזרת השם

קריאה: א מהלך פאר יעדן תלמיד.

קריאה - א קריטישער יסוד קריאה צי ווייסט איר?

» » אז קריאה איז גאר א וויכטיגער יסוד צום לעבן, און אז דאס איז דער שליסל צו קענען דאווענען, לערנען און הנאה האבן פון לערנען, און אז דביקות בתורה ויר"ש קומט נאר דורך קענען גוט לערנען? » » אז א קינד וואס האט נישט אויפגעכאפט קריאה ווי עס דארף צו זיין, קען אים דאס גאר שטארק שטערן זיין גאנץ לעבן? » » אז דער וויכטיגסטער יסוד אין קריאה הייבט זיך שוין אָן אין קינדערגארטן? » » אז אין יעדע כתה קען זיך מאכן עטליכע קינדער וועלכע צייכענען זיך נישט אויס אין קריאה? » » אז עס איז דא א קלארער אויסגעטרעטענער מהלך וויאזוי מען קען בסייעתא דשמיא טוהן אלע מעגליכקייטן אז יעדעס איינציגע קינד זאל קענען ליינען ווי עס דארף צו זיין?

קומט אריין אין בילד. תורת פיך דאס איז וואו

את דברי תורתך בפינו והערב נא

העכער, דאס זעלבע איז מיט דער הילף וואס מען גיבט פאר די קינדער צו לערנען און פארשטיין, אַז מען לאזט זיי צושטאַטליך שטאפל-ביי-שטאפל פרובירן אליין, ביז זיי קענען שוין גענצליך אליין. (אַזויווי ווען מען לערנט אויס א קינד צו גיין, ווען קודם כאפט מען אָן ביידע הענט, דערנאך לאזט מען אויס איין, אא"וו.) האנט-ביי-האנט די צוויי חלקים פון די מדריגות, סיי פון די לימודים און סיי פון די הילף, מוזן ארבעטן האנט-ביי-האנט. בשעת ווען מען בויט פון איין זייט, נעמט מען אראפ הילף פון דער אנדערער זייט. און דאס מוז זיין פונקטליך אויסגערעכנט, אז די קינדער זאלן בעז"ה זיך שפירן פארזיכערט און שטארק ביי יעדן שטאפל, און מצליח זיין אנצוהאלטן דעם געשמאק ביים לערנען. קורסעס שטעלט צו א רייע פון דריי סארטן קורסעס, פאר תורת פיך , ווי אויך Tutors מלמדים און לערערינס, פאר פריוואטע מלמדים/ פאר באגלייטערס צו קענען באגלייטן די מלמדים און לערערינס איבער דעם לימוד הקריאה אינערהאלב די מוסדות, און זיי העלפן אויספירן דעם גאנצן סדר מן הכח אל הפועל. יעדע איינע פון די קורסעס, ווערן פארגעשטעלט באזונדער פאר מענער און פאר פרויען. ווי אויך האט "תורת פיך" א גאנצער אויסוואל פון קריאה-ספרים, חומר און פראדוקטן פאר די מחנכים, מלמדים און לערערינס, וועלכע זענען גאר אינסטרומענטאל און הילפבאר אז זיי זאלן קענען אויספירן זייער שליחות בשלימות.

יא, ענדליך איז פארהאן הילף. האט זיך געגרינדעט מיט דער מטרה צוצושטעלן פאר תורת פיך מחנכים/ות און פאר פריוואטע מלמדים א קלארן אויסגעטרעטענעם מהלך וויאזוי אויסצולערנען קריאה/עברי פאר קינדער, אויף א וועג אז יעדעס קינד זאל דאס קענען אויפכאפן, און אז דאס זאל זיין זיס און געשמאק פאר'ן קינד. שטעלט צו א פולשטענדיגן קאריקולום וויאזוי צו לערנען תורת פיך קריאה, מיט פונקטליכע אנווייזונגען פאר יעדע וואך פון דעם יאר, און דאס ווערט באגלייט מיט ספעציעלע ספרים וועלכע העלפן אויספירן דעם מהלך מן הכח אל הפועל. א חוץ פון די ספרים, איז אויך דא צו באקומען פאר די טרענירטע מלמדים א 'מדריך למלמד', וועלכער גיבט פונקטליכע אנווייזונגען פאר'ן מלמד וויאזוי אויסצופירן דעם פראגראם צו ברענגען די בעסטע רעזולטאטן. ממדריגה למדריגה האט אויסגעשטעלט א מהלך וויאזוי אויסצולערנען די תורת פיך קינדער צו ליינען, דורך בויען זייער קענטעניסן שטאפלווייז, און האבן צעטיילט די שטאפלען לויט'ן פארשטאנד פון קליינע קינדער, אז זיי זאלן נישט דארפן גיין מן הקל אל הכבד, נאר מן הקל אל הקל, מיט א פונקטליכן חשבון אז דער קומענדיגער שטאפל זאל זיי אלץ אנקומען גרינג צו לערנען און פארשטיין, און אזוי וועלן זיי בס"ד קיינמאל נישט פארלירן דעם געשמאק אין לימוד הקריאה. ווצב"ש, קודם לערנט מען נאר "קמץ", שפעטער לערנט מען אויס צו מישן נקודות מיט איין אות, דערנאך מישן די נקודות מיט אלע אותיות. די מטרה איז אז מען בויט אויף א געביידע ביים קינד, ווען יעדער שטאפל גיבט אים דעם יסוד פאר'ן קומענדיגן שטאפל.

מדריגות פון הילף פונקט ווי ביים לערנען גייט מען מיט שטאפלען העכער און

בלעטערט אדורך דעם ביכל צו באקומען אן איבערבליק פון אונזערע קורסעס, ספרים און מאטעריאלן.

ר' דוד יוסף אונגר מייסד סדר הלימוד ומדריך ראשי

ר' אהרן לאמפין מייסד ומנהל המכון

ר' אהרן האט אנגעהויבן זיין ערפאלגרייכע קאריערע אין קריאה בערך אין שנת תשס"ז לפ"ק, אלס פריוואטער מלמד פאר קינדער וועלכע האבן געדארפט פריוואטע הילף מיט עברי. ער האט זיך באנוצט מיט'ן מהלך פונעם מייסד ר' דוד יוסף אונגר שליט"א, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסטערלישער סוקסעס. דאַן איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מנהל פאר די יונגערע קלאסן אין א תלמוד תורה אין מאנסי, וואו ער האט אנגעהויבן איינצוזען דעם געוואלדיגן געברויך פון א קלארן סיסטעם אין לימוד הקריאה, געאייגנט פאר מוסדות, וויאזוי מען זאל אויסלערנען קריאה פאר די תלמידים מיט אן ערפאלגרייכן אויסגעטרעטענעם מהלך וואס איז שוין בדוק ומנוסה. מיט דעם געדאנק האט ער ממשיך געווען אוועקצושטעלן ערפאלגרייכע מערכות הקריאה אין מערערע מוסדות התורה. און דאס זענען געווען די קערנדלעך וואס פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער "מכון תורת פיך", געבויט אויפן מהלך פון ר' דוד יוסף שליט"א.

אין שנת תשנ"ה לפ"ק האט ר' דוד געלערנט מיט א קבוצה בחורים וועלכע האבן זיך גאר שטארק געמוטשעט אין לערנען. נאך א קורצע צייט האט ער איינגעזען אז רוב פון זיי האבן פשוט געהאט שוועריגקייטן צו ליינען, וואס דאס האט זיי אלע יארן געשטערט צו לערנען. האט ער אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי צו העלפן די בחורים וועלכע האבן נישט אויפגעכאפט קריאה אלס קליין קינד, און זענען שוין נעבעך געווען צוקלאפט נאָכ'ן אַזויפיל מאָל דורכפאלן. איז ער ארומגעגאנגען צו מערערע מלמדים מומחים און אבזערווירט וויאזוי מען לערנט אויס די קינדער ליינען, און פון יעדן זיך געלערנט אנדערע מהלכים און סטראטעגיעס וויאזוי אויפצובויען א קינד צו פארשטיין וויאזוי צו ליינען. ער האט צוזאמגעקליבן אן אוצר פון אינפארמאציע פון אלע בעסטע מהלכים, און האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אויפצובויען א קלארן פלאן וויאזוי מען קען שטאפל- ביי-שטאפל אויסלערנען קינדער פון יונגווייז-אָן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו ליינען, אז זיי זאלן דאס גוט אויפכאפן און געדענקען. און פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער העכסט-ערפאָלגרייכער סדר הלימוד פון "תורת פיך".

1 תוצאה

37 קהילות

39 שטעט

176 מוסדות

3 אנטווערפן

11 לאנדאן

3 מאנשעסטער

Gateshead 1

6 מאנטריאל

1 מאנטיסעלא

1 קיימישע לעיק

2 שיכון סקווירא 26 מאנסי

1 קראון הייטס

22 בארא פארק 8 וויליאמסבורג 2 פלעטבוש

Far Rockaway 1

9 לעיקוואד

Chicago, IL 1

Panama City, Panama 1

18 בני ברק 13 ירושלים 5 בית שמש 5 אשדוד 4 חיפה

Baltimore, MD 1

1 רחובות 1 תל אביב 1 חולון

2 טבריה 1 בת ים

4 ביתר 2 נתניה 1 צפת

3 קרית גת 1 נוף הגליל 3 מודיעין עילית 1 ערד

2 נתיבות 1 כרמיאל 1 קרית אתא

2 מעלבורן

צאנז קלויזענבורג ׀ וויען ׀ בעלזא ׀ סאטמאר ׀ ראחמאסטריווקא ׀ פאפא ׀ סקווירא ׀ קראסנא ׀ וויזניץ ׀ באיאן ׀ צאנז ׀ אלכסנדר ׀ ׀ קרלין 45 גור ׀ מאשאלו ׀ קמניץ ׀ מונקאטש ׀ באבוב ׀ נייטרא ׀ ליובאוויטש ׀ קהל חסידים ׀ ווייצנער ׀ מחנובקא בעלזא ׀ באבוב סטולין ׀ ערלוי ׀ סדיגורא ׀ דארג ׀ שומרי אמונים ׀ לעלוב ׀ טשכנוב ׀ פיטצבורג ׀ סערט ויזניץ ׀ קרעטשניף ׀ סלונים ׀ ברסלב ׀ מאקווא

קורסעס און באגלייטונג

» » קריאה-קורס פאר

מלמדים און לערערינס

» » קריאה-קורס פאר

Tutors פריוואטע מלמדים/ות -

» » קורס פאר

קריאה-פראגראם באגלייטער

» » פראגראם-באגלייטונג אינערהאלב מוסדות

קריאה קורס פאר מלמדים/לערערינס

קורס 1

פאר מחנכים איז דער קורס צעטיילט אין – דריי יאר א קאריקולום פון קינדערגארטן, כתה א', און כתה ב'. פאר מחנכות איז דער קורס צעטיילט אין א – קינדערגארטן, פיר יאר קאריקולום פון , כתה א', און כתה ב'. 1- A פרי

דער קורס איז געאייגנט פאר מלמדים/לערערינס וועלכע לערנען אויס די אין אן קינדער צו ליינען אויסשטעל פון א כתה

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה: » » וויאזוי עס גייט צו דאס פארשטאנד פון א קינד

» וואס ס'פאדערט זיך מצליח צו זיין מיט אותיות, נקודות, הברות, ווערטער, און ליינען פליסיג » וויאזוי צוצוגרייטן א קינד אז ער זאל זיין רייף צו לערנען אותיות, קריאה, הברות, ווערטער אא"וו

»

»

» וויאזוי א קינד נעמט אריין אינפארמאציע

»

» וויאזוי דער מח פראצעסירט די אינפארמאציע » וויאזוי מען מאכט זיכער אז דאס קינד געדענקט וואס מ'לערנט » דער סדר וויאזוי צו צעטיילן די לימודים און חזרות במשך דעם יאר » וויאזוי צו פארהערן די קינדער צו האלטן חשבון ווי ווייט זיי האלטן מיט

»

»

»

»

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

קריאה קורס פאר Tutors פריוואטע מלמדים/ות -

קורס 2

פריוואטע מלמדים/ דער קורס איז געאייגנט פאר (סיי ערפארענע, און סיי נייע אינעם פעלד) ות קינדער וועלכע לערנען פריוואט קריאה מיט וועלכע האבן שוועריגקייטן מיט אויפכאפן קריאה

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה: » » צו פארשטיין די פארשידענע סארטן שוועריגקייטן וואס קענען זיך מאכן ביי תלמידים » » זיך צו באקענען מיט אלע שלבים פון ליינען און די חשיבות פון יעדן שלב

» די הכנות וואס דארפן געמאכט ווערן פאר יעדן שלב כדי מצליח צו זיין » אין יעדן שלב פון אותיות, הברות, ווערטער, פאראגראפן, וועלכע סארט איז שווערער ווי די אנדערע, און פארוואס

»

»

» וואס ס'פאדערט זיך מצליח צו זיין מיט אותיות, נקודות, הברה, ווערטער, און ליינען פליסיג

»

» ) Visual perception די ראלע וואס ראי' ( ) Phonemic awareness און שמיעה ( האבן מיט דער הצלחה פון קריאה, און וויאזוי צו ארבעטן אויף דעם הינזיכט » די שטאפלען וויאזוי א קינד לערנט, און די ראלע פונעם מלמד און תלמיד ביי יעדן שטאפל » דער ריכטיגער וועג פון ליינען, און וויאזוי דאס אויפצובויען ביים קינד

»

»

»

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

קריאה קורס פאר פראגראם באגלייטער

קורס 3

צו דער קורס איז געאייגנט פאר מחנכים/ות , צוצושטעלן דינען אלס באגלייטער אין מוסדות איבערזיכט, הדרכה און באגלייטונג פאר די וועלכע באניצן זיך מיט'ן 'תורת פיך' מחנכים/ות מהלך

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה:

» צו פארשטיין דעם סדר הלימוד מיט א קלארקייט » צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון יעדן שלב פונעם סדר הלימוד

»

»

» וויאזוי דער סדר הלימוד איז צעטיילט געווארן לויט די טעג און וואכן פונעם יאר » די שוועריגקייטן וואס קינדער האבן מיט אויפכאפן די חלקי הקריאה » די שוועריגקייטן וואס מחנכים האבן מיט'ן אויסלערנען די חלקי הקריאה » דער מהלך פון בויען די מעגליכקייט פון די קינדער שטאפל-ביי-שטאפל » וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די מחנכים אויף אן אנגענעמען וועג » ווי אויך לערנט מען זיך אלע חלקים פון זייער אויפגאבע און וויאזוי דאס אויסצופירן אויפן בעסטן אופן

»

»

»

»

»

»

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

באגלייטונג אינערהאלב מוסדות

הוספה צום פראגראם

איז דאס א געוואלדיגע טובה פאר די הצלחה פון די קינדער. ווען די מחנכים האבן א באגלייטער וועלכער שטייט זיי צוהילף און גיבט זיי כסדר'דיגע שטיצע און הדרכה, קענען זיי פיל גרינגער מצליח . אבער אָן זיין מיט יעדן תלמיד/ה דער ריכטיגער באגלייטונג איז זייער שווער זיך צו האלטן צום פלאן בשלימות. בדרך כלל ווען עס שווימט שוין ארויף אויפן אויבערפלאך א פראבלעם, איז שוין דאן דער פראבלעם גאר מיט דער ריכטיגער גרויס. אבער באגלייטונג קען מען אויפכאפן א קינד וועלכער איז נישט מצליח , און דער באלד אין אנפאנג באגלייטער וועט תיכף העלפן דעם מלמד אויסצוגלייכן דעם פראבלעם.

כדי די קינדער זאלן קענען מצליח גאר זיין ביים לימוד הקריאה, איז וויכטיג צו האבן א קלארן פלאן מיט נאכאנאנדע שטיצע, באגלייטונג, . דאס נעמט עצות און אויפזיכט אריין אין זיך גאר אסאך פרטים. דעריבער איז נישט שייך אז דאס זאל זיין די אויפגאבע פונעם מנהל/ת וועלכע זענען אחראי בכלליות אויף אלעם וואס קומט פאָר אין א חדר/שולע. ווי אויך, היות דער לימוד הקריאה 3-4 איז א פלאן וואס ציט זיך פאר יאר, און ביי יעדן קינד איז עס אן המשך פון יאר צו יאר, דעריבער ווען עס איז דא א באגלייטער וועלכער באגלייט יעדן תלמיד פו יאר צו יאר, און שטעלט צוזאם די ארבעט פון איין כתה מיטן קומענדיגן כתה,

די געווענליכע ארבעט פון א באגלייטער: • קלארמאכן די צילן – איבערגיין דעם מהלך און סדר הלימוד מיט די מחנכים/ות, און זיכער מאכן אז זיי זענען קלאר, סיי וואס מען גייט לערנען און סיי וויאזוי מען גייט עס אויסלערנען פאר די קינדער. • דוגמא-שיעור – דער באגלייטער וועט איינמאל פארלערנען פאר די קינדער, בשעת ווען דער מלמד קוקט זיך צו און לערנט זיך די יסודות וויאזוי אויסצופירן דעם תורת פיך מהלך אינעם אויסשטעל פון א קלאס. • אבזערוואציע – דער באגלייטער וועט אבזערווירן וויאזוי דער מלמד לערנט פאָר א שיעור פאר'ן קלאס, און וועט געבן חיזוק און אנווייזונגען וויאזוי צו גיין ווייטער. • פארשריט – דער באגלייטער וועט כסדר איבערגיין מיט'ן מלמד די פארשריט פון די תלמידים/ות, און צוזאמען אויספלאנירן וויאזוי זיך צו רוקן פאראויס.

2

צוויי אפציעס פון באגלייטונג: 1

א ספעציעלן 'תורת פיך' האט קורס צו טרענירן א מחנך אינעם , וועלכער זאל מוסד אליין קענען דינען אלס באגלייטער (זע דריטן קורס) אין דעם מוסד.

'תורת פיך' קען צושטעלן א וועלכער וועט באגלייטער זיין ממונה אויף דער הצלחה פונעם מוסד, און שטיין צוהילף פון די מלמדים.

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-501-9186 אהרן לאמפין ׳ פאר מער אינפארמאציע איבער דער באגלייטונג ביטע פארבינדט זיך מיט ר

וואס די זאגן מחנכים

. הרב אונגאר האט דער קורס איז געווען אויסערגעווענליך מסודר ארויסגעוויזן זיינע געוואלדיגע ידיעות און ערפארונג, ער האט מצליח געווען צו צעטיילן אלע חלקים און שטאפלען פון קריאה מיט אזא קלארקייט, אז אלע זענען ארויס פון דארט מיט די נויטיגע כלים צו קענען ספעציעל האב איך זיך געלערנט וויאזוי העלפן זייערע תלמידים מצליח זיין. און אנצוגרייטן דעם מח פונעם תלמיד צו קענען מקבל זיין די לימודים ר. ה. - פריוואטע מחנכת . באמת זיך אויסצייכענען אין קריאה

איך האב באקומען גאר א טיפן פארשטאנד וויאזוי צו טרעפן און פאררעכטן דעם שורש , נישט נאר פונעם פראבלעם צו ארבעטן צו פאררעכטן די גרייזן וואס דער תלמיד מאכט. ס. ש. – פריוואטע מלמד 

דער שיעור האט מיך נישט נאר געלערנט וויאזוי צו לערנען מיט די קינדער נאר אויך וויאזוי קריאה, אויפצובויען קינדער אז זיי זאלן האבן די כלים צו קענען . מצליח זיין אין קריאה ה. ק.

דער 'תורת פיך קורס' גיבט די כלים פאר מחנכים אויסצולערנען קריאה פאר אלע סארט תלמידים. עס גיבט די געדאנקען, טאקטיקן, אנווייזונגען און סטראטעגיעס וויאזוי צו קענען מצליח זיין מיט קינדער מיט אלע דער קלארער סארט כשרונות, פון די בעסטע ביז די שוואכסטע. סקעדזשועל אויף וואס צו לערנען, איז אן אויסערגעווענליכע מתנה פאר ח. קרויס - באלטימאר . מחנכים

ספרים און חומר/פראדוקטן

» » ספרים

פאר די תלמידים

» » קריאה-ארבעט העפטן

» » שרייבן-ארבעט העפט

» » קארטלעך און געצייג פאר מחנכים/ות

יארגאנג 3-5

חלק א׳ תורת פיך -

מטרה אויסצולערנען אותיות און נקודות

דער חלק איז צעטיילט אויף די פאלגענדע חלקים: » » דער אות וואס מען לערנט די וואך, און חזרה אויף אלע אותיות פון ביז אהער, קודם כסדרן און דערנאך שלא כסדרן » » שינון האותיות פון אלע אותיות צוזאמען אויף גאר אן אינטערעסאנטן מהלך, וואס האלטן די קינדערלעך אינטערעסירט » » נקודות – קודם די נקודה אליין, דערנאך די נקודה מיט די אותיות, כסדרן

דער ספר איז אויסגעשטעלט מיט אן דעם סדר אויסטערלישער קלארקייט אויסצולערנען די קינדער צו דערקענען דעם אות אין סיי וועלכן אויסשטעל, ווי צב"ש יעדער אות באַזונדער פאר זיך, גרעסער און קלענער; דערנאך די אותיות אויסגעמישט, צוזאמען מיט וואס נאך אותיות און מיט נקודות, גיבט פאר די קינדער די געוואוינהייט און רגילות זיך נישט טועה צו זיין מיט , און זיין קלאר באהאוונט די אותיות מיט יעדן אות באזונדער.

ושלא כסדרן, דערנאך קורצע ווערטער וועלכע פארמאגן נאר די נקודה

ווערט באנוצט אין כתה » »

קינדערגארטן תלמוד תורה: קינדערגארטן  מיידל שולע: 1-A און פּרי

» »

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-6

חלק ב׳ תורת פיך -

מטרה אויסצולערנען ליינען ווערטער דער סדר פון דעם ספר איז געבויט אויף לאנגע יארן ערפארונג פון שוועריקייטן וואס תלמידים האבן , און געהאט ביים לערנען און ליינען עס איז אויסגעשטעלט געווארן פון גרינגערע צו שווערע ווערטער, פון קורצערע ביז לענגערע. אַזוי אויך איז עס געדרוקט מיט גרויסע קלארע אותיות, און אסאך פלאץ צווישן איין ווארט און אנדערן, און איין שורה צו דער אנדערער, צו פארגרינגערן פאר די תלמידים

דער חלק איז צעטיילט אויף די פאלגענדע חלקים: » » א קורצע חזרה אויף די אותיות, כסדרן ושלא כסדרן » » חזרה אויף די נקודות צוזאמען מיט די אותיות, כסדרן ושלא כסדרן

» » אפענע הברות (אות/נקודה), ווי אויך ווערטער מיט געמישטע נקודות, שטאפלווייז ממדריגה למדריגה » » פארמאכטע הברות (אות/נקודה/אות), און שוא נח (שוא וואס מ'זאגט נישט ארויס) » » שוא נע (שוא וואס מ'זאגט יא ארויס אנהייב, אדער אינמיטן, א ווארט) » » כללי הקריאה (ווי צב"ש קמץ – חסיד'יש, מפיק ה', פתח גנובה, און נאך כללי שוא) » » חיזוק פון אותיות און כללים, און חזרה אויף די כללים ביי מער קאמפליצירטע ווערטער

ווערט באנוצט אין כתה » »

כתה א תלמוד תורה: 1-A פּרי  מיידל שולע:

» » חזרה דורך ליינען באקאנטע ווערטער וואס די קינדער קענען

» »

און כתה א

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-7

חלק ג׳ תורת פיך -

מטרה צו געבן פאר די

דער סדר החזרות איז צעטיילט אויף עטליכע פרקים, ווי פאלגענד: » » חזרה אויף די נקודות » » חזרה אויף די כללים פון שווא

תלמידים די געלעגנהייט איבערצו'חזר'ן אלע כללים וואס זיי האבן געלערנט ביז היינט, כדי עס זאל זיין הרגל נעשה טבע

» » חזרה אויף זיך רעכענען מיט יעדן חלק פון א ווארט

» » חזרה אויף די כללים פון קמץ

» » חזרה אויף די אותיות

» » ארבעט אויף צו ליינען פליסיג און ווערן באקאנט מיט ווערטער » » רש"י אותיות – די תלמידים לערנען זיך אויס צו ליינען ווערטער און זאצן מיט רש"י אותיות

ווערט באנוצט אין כתה » »

כתה ב תלמוד תורה: כתה ב מיידל שולע:

» »

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-6

תורת פיך - התחלת תהלים

די מטרה פון דעם קונטרס איז אויסצולערנען די תלמידים צו ליינען , ווי למשל א טעקסט/פאראגראף א קאפיטל תהלים וואס איז א , און מערערע פסוקים צוזאמשטעל פון יעדער פסוק איז צוזאמגעשטעלט פון און א געמיש פון מערערע ווערטער . פיל כללים אויף איין מאל דער ציל פון דעם קונטרס איז זיי אריינצוברענגען אין דעם נייעם לימוד און אויסצולערנען אויף א ריכטיגן וועג די קינדער צו פארשטיין וואס א פסוק און א קאפיטל זענען, און וויאזוי זיך צו האלטן צו די כללים אפילו ווען מען ליינט א גאנצן קאפיטל אויפאמאל, מען זאָל עס נאך אַלץ ליינען ריכטיג און פליסיג. ווי אויך זיך באקאנט מאכן מיט ווערטער וואס חזר'ט זיך כסדר איבער.

געאייגנט פאר סוף כתה א'

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

מדריך למלמד

א פונקטליכן סקעדזשועל דער "מדריך למלמד" גיבט פאר'ן מלמד , טאג נאך טאג, וואך נאך וואך – אן אויסגעטרעטענער אויפן גאנצן יאר , וואך און חודש; וואס דער ציל דארף זיין יענעם טאג קלארער מהלך

וואס מען דארף לערנען, וואס מען דארף חזר'ן, און פונקטליך ווען מען לערנט אויפן טאוול, ווען מען לערנט אינעם ספר, אא"וו. דאס וועט העלפן דעם מלמד זיכער צו מאכן אז ער פארפעלט נישט קיין פרט, און אז די תלמידים כאפן אויף יעדן כלל ווי אויך גיבט און שלב פון קריאה. עס א געוואלדיגע רואיגקייט פאר'ן אז ער זאל זיך קענען מלמד קאנצענטרירן אויף וואס ער דארף יעצט לערנען, ווייל ער ווייסט קלאר ווען ער וועט אנקומען צו לערנען יעדן איינציגן פרט פון דעם לימוד הקריאה.

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-8

זומער-חזרה פראגראם – ארבעט-העפטן

געאייגנט פאר דעי- קעמפס און זומער- חדרים

זעלבער צייט וואס זיי טוען געשמאקע אונטערהאלטונג אקטיוויטעטן, זאלן זיי שטייגן, איבער'חזר'ן און באפעסטיגן די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך דעם יאר, אז עס זאל בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין זכרון. די העפטן אנטהאלטן אקטיוויטעטן פון שרייבן, פארבן און קלעבן. די העפטן קומען מיט בלעטער פון סטיקערס וועלכע זענען א טייל פון די תוכנ'דיגע אקטיוויטעטן. די העפטן זענען צעטיילט לויט די טעג און וואכן פונעם זומער, וואס וועט האלטן די תלמידים באשעפטיגט, מיט פונקטליכע ארבעט-בלעטער אנגעצייכנט פאר יעדן טאג פונעם זומער, וואס דאס וועט גאר שטארק העלפן די מחנכים זיך האלטן צום סדר.

די זומער-ארבעט העפטן האבן מיר צוזאמגעשטעלט צוליב מערערע בקשות פון מלמדים/לערערינס, וועלכע האבן געוואלט אז נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט א יאר מיט אזא געשמאק, זאלן זייערע תלמידים/ ות קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט אויף קריאה במשך פונעם זומער ווען די קינדער זענען נישט אינעם מסגרת, מיט'ן זעלבן געשמאק וואס זיי האבן געהאט במשך פונעם יאר אין כתה. דעריבער האבן מיר אויסגעשטעלט די זומער-ארבעט העפטן אז ס'זאל זיין גאר אינטערעסאנט פאר די תלמידים, מיט פילפארביגע אקטיוויטעטן און וועלכע אונטערהאלטונג-בלעטער זענען מלא תוכן, אויסגעארבעט אויף א מייסטערהאפטיגן מהלך, אז אין דער

די קינדערלעך קענען נישט האבן גענוג דערפון,

יעדן טאג בלייבן זיי הונגעריג פאר נאך.

חלק ג'

חלק א'

חלק ב'

אין דעם העפט וועלן די תלמידים איבער'חזר'ן דורך אינטערעסאנטע ארבעט און אקטיוויטעטן, די אלע כללים וואס זיי האבן קונה געווען במשך דעם יאר – נקודות, שווא, קמץ שנעלקייט ביי הברות, און נאך....

דער העפט העלפט די קינדער חזר'ן ווערטער און הברות, דערקענען אותיות אינערהאלב ווערטער, דערקענען הברות פון דעם תלמיד'ס שפראך און צוזאמשטעלן באקאנטע ווערטער.

דער העפט טוט פארשטערקערן און באפעסטיגן דעם לימוד האותיות (און נקודות) וואס זיי האבן קונה געווען במשך דעם יאר.

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-5

פון קאטשקען צו שרייבן

שרייבן איז גאר א קריטישער פאך וואס יעדער

פאר קינדערגארטן חלק א' דער חלק גרייט צו דעם קינד צו אנטוויקלען די סקילס וואס פעלן זיך אויס צו קענען מצליח זיין אין שרייבן. דאס קינד וועט זיך לערנען וויאזוי צו האלטן די שרייב-געצייג, וויאזוי צו דרייען די געצייג מיט דער האנט און פינגערס, וויאזוי צו האלטן חשבון פונקטליך וואס מען טוט מיט די שרייב-געצייג, און וויאזוי צו מאכן זיכער אז דאס שרייבעריי קומט אויס אזויווי געפלאנט. ווי אויך פארמאגט דער העפט אקטיוויטעטן פון שניידן, וואס דאס העלפט אויך אויסארבייטן די סקילס וויאזוי זיך צו באניצן מיט די הענט. עס איז הפלא ופלא צו זען וויאזוי דאס קינד הייבט אָן דעם העפט, נישט קענענדיג מאכן א שיינעם רינג, און ביים ענדיגן דעם העפט מאכט ער שיינע רינגען און אנדערע פארעמס, גרעסערע, קלענערע, איינס אינעם צווייטן, וואס דאס איז דער ערשטער און וויכטיגסטער יסוד זיך צו קענען אויסצייכענען אינעם מלאכת הכתיבה.

מענטש דארף קענען. אָבער אנטוויקלען דעם פאך פון שרייבן איז נישט קיין גרינגער עסק, און וואס יונגער מען הייבט אָן, אלץ א בעסערער שאנס האט מען מצליח צו זיין.

חלק ב' 1 A פאר כתה א', אדער ביי מיידלעך פרי- דער חלק איז ממשיך ווייטער צו אנטוויקלען די שרייבן- סקילס פונעם קינד. עס פאנגט זיך אָן מיט מאלן פיר- עקיגע קעסטלעך, דערנאך מערערע קעסטלעך באהאפטן, און אזוי רוקט זיך עס נענטער און נענטער, ביז מען הייבט אָן שרייבן אותיות מרובעות (נישט סקריפט) – צו ערשט די גרינגערע, און שפעטער די שווערערע. אזוי בויט זיך די סקילס פונעם קינד צו קענען שרייבן ווי עס דארף צו זיין.

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 3-5

אותיות 3 D

לעבעדיגע זאך וואס מען קען פילן און עס אנכאפן, טראגן און ברענגען, און ווערט א חלק פון דעם קינד'ס געשמאק . ארום די אותיות דאס העלפט גאר שטארק ארויס איינצוקריצן די אותיות אין דעם זכרון , אז מען זאל שפעטער פון די קינדער קענען בויען אויף דעם די כוחות הקריאה אסאך גרינגער.

אותיות ברענגען 3 D דער באנוץ פון די אריין א געשמאקע אטמאספער אינעם קלאס; די אותיות זענען ווי געסט וואס קומען אריין אין קלאס, און די פרייליכע אותיות באגלייטן די תלמידים/ות א גאנץ יאר און א גאנץ לעבן. מען קען עס אנהאלטן מיט דער האנט, מען קען עס פילן. עס האט א ממשות. עס ווערט א חפץ – א

סייזעס: 3 דא אין 8" 12" 18"

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 3-6

א' ב' קארטלעך

קארטלעך פון יעדן 50( אותיות-קארטלעך 1650 א סעט פון אות), וואס א מלמד/לערערין קען טיילן פאר די קינדער אלס באלוינונג. די קינדער קענען דאס איינטוישן צווישן זיך, מען קען צוזאמשטעלן ווערטער דערמיט און שפילן עס העלפט די קינדער חזר'ן אין א פיל סארטן געימס. (איך געב דיר א ש', דו געב מיר געשמאקער אטמאספער א ג'...). דאס העלפט אויך גאר שטארק אז די קינדער זאלן די אותיות זאלן ווערן גאר טיף לעבן מיט די אותיות, און אז . איינגעקריצט אין מח

הארטע פאפיר נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט פון (אזוי ווי ביזנעס-קארדס)

דאס זענען קארטלעך פון אלע אותיות, צו ניצן ביי די פאר'ן מלמד/לערערין, לימודים צו מאכן אלע סארט שפילערייען (צב"ש אויסשפרייטן די אותיות און בעטן די קינדער "טרעף מיר א מ'" וכדו'), אדער צוזאמשטעלן ווערטער מיט די אותיות

נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט פון גאר (אזוי ווי קרעדיט-קארדס) דיקן פלאסטיק א

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-8

הברות קארטלעך

וואס קארטלעך 246 א סעט פון אלע אותיות מיט אלע פארמאגט , פאר'ן מלמד/לערערין צו נקודות ניצן ביי די לימודים צאמצושטעלן ווערטער, צו טון כל מיני פעולות צו פארשטערקערן די ליינען- סקילס. נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט (אזוי ווי דיקן פלאסטיק פון גאר א קרעדיט-קארדס)

[email protected] אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

למען תהיה תורת ה' בפיך

845-444-3611 : רופט info@kriah . org אימעיל: kriah . org באזוכט: פאר מער אינפארמאציע, אנטיילצונעמען אין די קורסעס, אדער צו באשטעלן סיי וועלכע מאטעריאל: